Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ חמישה־עשׂר־שמועס וועגן דעם אַלטן שפּראַכנבויםA Tu b’Shvat discussion on the ancient tree of languages

ד״ר דוד כּ״ץ דערמאָנט אַקאַדיש־שטאַמיקע ווערטער אין ייִדיש אָבער אין דער אמתן קאָן מען טרעפֿן ווערטער מיט אַ נאָך לענגערן ייִחוס.

חמישה־עשׂר בשבֿט איז אויך באַצייכנט ווי „ראָש־השנה לאילנות‟ אָדער „חג האילנות‟ — דער יום־טובֿ פֿון ביימער. דאָס וואָרט „אילן‟, וואָס שטאַמט פֿונעם אַראַמישן „אילנא‟, האָט גאָר אַ לאַנגן ייִחוס: דורך אַקאַדיש, די אוראַלטע שפּראַך פֿון אַסיריע, קומט עס פֿון שומעריש. צוזאַמען מיט אַלט־מיצריש, איז שומעריש די עלטסטע שריפֿטלעכע שפּראַך אויף דער וועלט. עס זענען פֿאַרבליבן כּמעט 5,000־יאָריקע שומערישע פֿלעקלשריפֿט־טאַבעלעס.

דער ליובאַוויטשער רבי זאָגט אין איינער פֿון זײַנע שׂיחות: „דאָס איז אויך אַ הכנה צו גילוי־המשיח, וואָס גילוי־המשיח איז דורך אילנא־דחייא‟. ווי באַקאַנט, זענען חסידישע דרשות אויף ייִדיש אָנגעזאַפּט מיט ספּעציפֿישע לשון־קודשדיקע און תּרגומישע טערמינען. „אילנא־דחייא‟ איז טײַטש דער בוים פֿון לעבן, דער עץ־החיים.

„נאָכן דערקוויקן זיך מיט די אילנות טובֿות,‟ האָט די פֿרומע ייִדישע צײַטונג „המספּיק גאַזעט‟ געשריבן דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער וועגן אַ חסידישן באַזוך אויף אַ פֿאַרם. „ס׳זאָל זײַן אַן אילן נושׂא־פּרות, ביז אַזוינע פּרות, וואָס פֿון זיי וועלן אויך וואַקסן אילנות‟, שטייט געשריבן אין אַן אַנדער חסידישער אויסגאַבע. באַקומט זיך, אַז אין ייִדיש זענען פֿאַראַן עטלעכע זעלטענע סינאָנימען פֿון אַ בוים: „עץ‟ — די שטעקנס פֿון אַ ספֿר־תּורה, די ברכה „העץ‟ בײַם עסן אַ פֿרוכט און אַ טייל פֿון לשון־קודשדיקע באַגריפֿן; „אילן, אילנות‟ — אין דער פֿרומער מליצהדיקער שפּראַך; ווי אַ גאָר זעלטענער וואַריאַנט, טרעפֿט זיך אַפֿילו אין געוויסע קבלה־אויסדרוקן דאָס אַראַמישע „אילנא‟.

אין דער שומערישער ציוויליזאַציע האָבן ביימער געשפּילט זייער אַ וויכטיקע סימבאָלישע ראָלע; אין שומער האָט מען אויך געגלייבט, אַז אין גן־עדן שטייט דער עץ־החיים, וואָס פֿיגורירט כּסדר אין דער שומערישער, און שפּעטער אין דער אַסירישער, קונסט, וואָס האָט געירשנט אַ סך עלטערע טראַדיציעס פֿון שומער. אַגבֿ, דאָס וואָרט „עדן‟ שטאַמט אויך פֿון שומעריש.

אין זײַן בוך „ווערטער אויפֿן פֿײַער‟ דערמאָנט ד״ר דוד כּ״ץ, אַז דאָס וואָרט „מזל‟ שטאַמט פֿון אַקאַדיש — ווי אַ באַווײַז, אַז ייִדיש איז אַ טייל פֿון גאָר אַ לאַנגער שפּראַכנקייט, וואָס הייבט זיך אָן אין דער אוראַלטער מעסאָפּאָטאַמיע, פֿון אַבֿרהם־אָבינוס היימשטאָט אור־כּשׂדים. אור איז אין דעם פֿאַל אַ שומעריש־שטאַמיק וואָרט. לאָמיר פֿאַרלענגערן די פֿאָרגעשיכטע פֿון געוויסע עלעמענטן אין אונדזער שפּראַך אויף נאָך אַ יאָרטויזנט, ביז שומעריש.

די טאַבעלעס, אויף וועלכע די שומערן פֿלעגן שרײַבן מיט זייער פֿלעקלשריפֿט, האָבן בײַ זיי געהייסן „דובֿ‟; פֿון זיי שטאַמט אונדזער דף — אַ בלאַט גמרא. פֿונעם זעלבן שורש קומט „דיוואַן‟ — לכתּחילה טעקסטבלעטער אָדער רשימות אויף פּערסיש; שפּעטער האָט מען אָנגעהויבן אַזוי רופֿן דאָס לאַנגע ווייכע קאַנצעלאַריע־מעבל. לויט איינער פֿון די עטימאָלאָגישע השערות קאָן עס האָבן אַ שײַכות צום ייִדישן ווערב „דאַוונען‟.

Sumerian Text

צוויי ביימער אויף אַ 2,600־יאָריקער אַסירישער סצענע פֿון נינווה אינעם פּעטערבורגער ערמיטאַזש־מוזיי Image by Dawn Matveyev

פֿונעם אוראַלטן שומער קומען „היכל‟ און „פּורים‟. ווען עמעצער טוט אַ נאָס, זאָגט מען „אַסותא‟ — זײַט געזונט, אויף אַראַמיש; דער שורש קומט פֿון שומעריש. לכל־הפּחות צוויי ייִדישע חדשים, ניסן און תּמוז, זענען שומעריש־שטאַמיקע. אַן אַנדער מעגלעכער בײַשפּיל איז דער אות נון — „פֿיש‟ – וואָס פֿיגורירט אינעם ייִדישן נאָמען אַמנון. פֿון שומעריש קומט אויך דער נאָמען מרדכי. חידושדיק איז „בבֿל‟: שטאַמען שטאַמט עס פֿון אַקאַדיש, אָבער די סעמיטן האָבן איבערגעזעצט דעם באַטײַט פֿונעם עלטערן שומערישן נאָמען „קאַדינגיר‟ — דער טויער פֿון געטער.

אַנדערע שפּראַכן האָבן אַן אייגענע לאַנגע פֿאָרגעשיכטע, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן אין דער עטימאָלאָגיע פֿון פֿאַרשיידענע ווערטער. די שומערישע ציוויליזאַציע האָט געמאַכט אַ גרויסן רושם אויפֿן מיטל־מיזרח און די אַרומיקע ראַיאָנען. דורך גריכיש און לאַטײַן זענען אין די הײַנטיקע אייראָפּעיִשע שפּראַכן, בתוכם ייִדיש, אַרײַן אַ צאָל שומעריש־שטאַמיקע ווערטער ווי, למשל, „קאַנאַל‟ און „טערמאָס‟. קומט אויס, אַז אַזעלכע גאַנץ מאָדערנע באַגריפֿן, ווי קאַנאַליזאַציע און די טערמאָנוקלעאַרע רעאַקציע, טראָגן אין זיך אויך אַ 5,000־יאָריקן מעסאָפּאָטאַמישן יאָדער.

ווײַט נישט אַלץ איז קלאָר מיטן גערמאַנישן און סלאַווישן שיכט אין ייִדיש. די שרשים פֿון ווערטער ווי אָסינע, קליאָן, ליפּע, אַשבוים (ash אויף ענגליש) טרעפֿן זיך נאָר אין גערמאַנישע, סלאַווישע און באַלטישע שפּראַכן. אַ סך לינגוויסטן זענען זיך משער, אַז זיי שטאַמען פֿון עפּעס אַן אוראַלט לשון — זיכער נישט שומעריש צי וואָס־ניט־איז ענלעכס; יענע שפּראַך איז שוין לאַנג פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, אָבער איבערגעלאָזט נישט ווייניק ווערטער אינעם צפֿונדיקן און מיזרחדיקן טייל פֿון אייראָפּע.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.