Dark Clouds Race • ס׳לויפֿן, ס׳יאָגן שװאַרצע װאָלקנס • Martha Schlamme by Yiddishkayt published on 2012-04-04T22:46:01Z ס׳לויפֿן, ס׳יאָגן שוואַרצע וואָלקן — ווערטער׃ ה.ד. נאָמבערג ס׳לויפֿן, ס׳יאָגן שוואַרצע וואָלקן .עס פֿײַפֿט, עס ברומט דער ווינט פֿון סיביריע שיקט דײַן טאַטע דיר אַ גרוס, מײַן קינד. און דער ווינט, ער ברענגט אונדז גרוסן .פֿון דעם קאַלטן לאַנד דאָרטן שטייט ער, א לאָפּאַטע האַלט ער אין זײַן האַנט. און ער גראָבט אַלץ טיפֿער, טיפֿער וואַרפט די ערד אַרויס זאָרג ניט, קינד מײַנס, פֿאַר דעם שקר קברים גראָבט ער אויס. ניט דער ערשטער, ניט דער לעצטער פֿאַלט ער אויף דעם פֿעלד! זאָרג ניט, קינד מײַנס, דיך געבאָרן האָט אַ גרויסער העלד. און אַ העלד וועסטו אויסוואַקסן שלאָף־זשע שלאָף אַצינד זאַמל כּוחות פֿאַר דער צוקונפֿט זאַמל איינציק קינד! Genre Yiddish